װיקיפּעדיע:מוסטערן

הילף אינהאַלט


א ליסטע פון אלע יידישע מוסטערן אזעלכע פורעמען, טעמפלעטס, פון גרייטע קעסטלאך כדי צו צייכענען וויכטיגע באַמערקונגען. זעהט הילף:מוסטערן וויאזוי דאס ארבייט.

אינהאַלט

[בעאַרבעטן] געשטעלטע צו מעקן

  • געשטעלטע צו מעקן איז א פורעם וואס איר קענט לייגן ביי ארטיקלען וואס צוליב א געוויסע סיבה קלערט איר אז זיי זיינען נישט פּאַסיג צו זיַין אינעם וויקיפּעדיע.

ווען איר שרייבט אזא פורעם, ווערט איר געבעטן אויך שרייבן די סיבה דערפון אינעם רעדן בלאט. (אויב איר קלערט אז מען דארף נאר פאַרבעסערן דעם ארטיקל, נוצט זיך מיטן פארעם {{איבערשרייבן}}).

כדי צו צולייגן דעם פורעם, שרייבט אזוי:

{{אויסמעקן}}

און איר וועט זען דעם פורעם:

דער בלאַט איז געשטעלט צו מעקן.

אויב איר קלערט אז ער איז יאָ פּאַסיק, ביטע צייכנט דאָס אָן אין זיין רעדן-זייט, אַנדערשט, קען אים א סיסאפ אויסמעקן תיכף ומיד, לויט דער אויסמעקן פאליסי
סיבה: {{{1}}}

[בעאַרבעטן] איבערשרייבן

  • איבערשרייבן איז א פורעם וואס איר קענט לייגן ביי ארטיקלען וואס זיינען בעשריבן אומבאטאמט.



כדי צו צולייגן דעם פורעם, שרייבט אזוי:

{{איבערשרייבן}}

און איר וועט זען דעם פורעם:

[בעאַרבעטן] מחלוקת

  • מחלוקת איז א פורעם וואס איר קענט לייגן ביי דעליקאטע ארטיקלען וואס איז געמישט מיט פיל מיינונגען.



כדי צו צולייגן דעם פורעם, שרייבט אזוי:

{{מחלוקת}}

און איר וועט זען דעם פורעם:

אכטונג: יעדע ארטיקל פון וויקיפעדיע ווערט געשריבן נייטראל.
נישט מישן קיין פערזענליכע מיינונגען! אויב באמערקט איר נישט ריכטיגע שפראך אדער פאקטן, פילט אחריות דאס צו ענדערן.


[בעאַרבעטן] באדייטן

  • באדייטן איז א פורעם צו לייגן ביי א ווערט וואס האט עטליכע באדייטן.

כדי צו צולייגן דעם פורעם, שרייבט אזוי:

{{באדייטן| דא רעכנט אויס אלע ארטיקלן וואס מיינען דעם ווארט דאס זאל אהין פירן, און דערנאך רינגלט דאס נאכאמאל ארום מיט די זעלבע סימבאלן}}

און איר וועט זען דעם פורעם:

דאס ווארט קען זיך צוטיילן צו עטליכע באַדײַטונגן:
XXX

אויב איר זענט אהער געקומען דורך אַ לינק פֿון אַן אַרטיקל אין דער װיקיפּעדיע, וועלן מיר זיך פרייען אויב איר קענט צוריק גיין צום בלאַט מיטן לינק וואס האט אײַך אַהער געשיקט, און פֿאַררעכטן דאָרטן אז דער לינק זאָל שיקן פון היינט מאל אן גלייך צום ריכטיגן אַרטיקל.


זעהט צו ביישפיל דא: שולע

[בעאַרבעטן] שלום עליכם

כדי צו צולייגן דעם פורעם, שרייבט אזוי:

{{שלום עליכם}}

און איר וועט זען דעם פורעם:

If you can't read Yiddish, click here.

טייערער הויך געשעצטער פריינט, ברוך בואך צו דער יידישער וויקיפעדיע! די פרייע און אפענע ענציקלאפעדיע פאר יעדן אייניק צו לייענען און שרייבן.

שרייבן: אויב ווילסטו צולייגן אדער פארבעסערן אן ארטיקל, קען מען און עס איז ראטזאם דאס צו טון. דרוק אויף "רעדאקטירן" אויבן, (זעה באריכות: וויקיפעדיע:רעדאקטירן) און פאררעכט וויאזוי דו פארשטייסט. בעפאר דו היטסט אויף דיין ענדערונג איז גוט צו דרוקן "פאראויסדיגע אויסקוק" אונטן, דערמיט צו פארזיכערן אז דיין ענדערונג שטייט גוט אינעם בלאט. ביטע ערקלערן די אייגנארטיגקייט פון דער ענדערונג אינעם "קורץ ווארט" קעסטל, אדער צולייגן איינצלהייטן אינעם "שמועס" בלאט..
שמועס בלעטער: העכער יעדן בלאט ערשיינט די מעגליכקייט פון "שמועס", וואס ווען מען דרוקט דערויף קומט מען אן צום שמועס בלאט פונעם בלאט. דארט קען מען ארומרעדן מיט אנדערע וועגן דעם אינהאלט פונעם ארטיקל. צום שמועס בלאט קען מען צולייגן א פרישע נושא דורכן דרוקן אויף (+) וואס געפינט זיך העכערן בלאט.
אונטערשריפט: אין וויקיפעדיע שרייבט מען זיך נישט אונטער אין עצם ארטיקל, אבער מען שרייבט זיך יא אונטער נאך יעדער הערה אין דעם שמועס בלאט. כדי דאס צו טון זאל מען צולייגן פיר ~ שטרעכלעך צום סוף פונעם טעקסט וואס מען שרייבט, (אזוי: ~~~~), דאס וועט אויטאמאטיש איבערגעדרייט ווערן ביים אויפהיטן אלס אן אונטערשריפט וועלכע ענהאלט דיין נאמען, און א לינק צו דיין באניצער בלאט, און די פונטקליכע צייט און דאטום.
באניצער בלאט, און מעלדונגען: אלע איינגעשריבענע באניצער פארמאגן א "באניצער בלאט" און א "באניצער רעדן בלאט". דער באניצער בלאט וואס מען קען דערצו אנקומען דורכן דרוקן אויף דעם נאמען פונעם באנוצער, באדינט בדרך כלל דעם באנוצער כדי ארויסצושטעלן זיינע אייגענע איינצהייטן. אין דעם רעדן בלאט קען מען אים איבערלאזן מעלדונגען. דער באניצער וועט זען ווען ער האט א נייע מעלדונג וואס ער האט נאכנישט געליינט.
געדענק: מען טאר נישט אריינלייגן אין וויקיפעדיע קיין אינהאלט וואס איז קאפירעכט באשיצט אדער זיין איבערטייטשונג. סיי ארטיקלן און סיי בילדער- מען טאר נישט ארויפלייגן בילדער וואס מען טרעפט אויפן אינטערנעט, בלויז אויב מען האט בפירוש'ע רשות דאס אהערצוברענגען.
עס איז גוט איר זאלט אריינקוקן אין די הילף ארטיקלען וואס ערקלערן די כללים פונעם שרייבן. פאר פראבעס זיך אויסצולערנען וויאזוי צו שרייבן און וויאזוי צו ענדערן פרובירט זיך שפילן אין זאמד קאסטן.

מיר קוקן ארויס אויף אייערע טיילונגען, און וואונטשן אייך הצלחה, מיט פיל דאנק פארן זיך אנשליסן אין אונזער בשותפות'דיגן פראיעקט.

מיט דאנק

פון אלע וויקיפעדיע באניצערס, ליינערס, און שרייבערס




[בעאַרבעטן] קאָפּיע

  • קאָפּיע איז א פורעם צו שיקן באנוצערס וואס האבן קאפירט אינהאלט פון אומערלויבטע פלעצער.

כדי צו צולייגן דעם פורעם, שרייבט אזוי:

{{קאָפּיע}}

און איר וועט זען דעם פורעם:

שלום עליכם!

מיר דאנקען דיר זייען פאר'ן שרייבן ארטיקלען אינעם וויקיפּעדיע.

אָבער דער אַרטיקל וואס האסט דא געשריבן צעברעכט ערשאַפֿער רעכטן.

לויטן וויקיפּעדיעס טאַקט טאר מען נישט קאָפירן אַרטיקלען פון אנדערע ערשאפערס. אויב דו ביסט ערלויבט (צוליב וואס) צו איר קאָפּירן, ביטע שרייב דאס אינעם רעדן-פלאץ, אדער צו איינע פון די אקטיווישע דירעקטאָרס.


[בעאַרבעטן] וואָרענונג

  • וואָרענונג איז א פורעם צו אנווארן שרייבערס וואס האבן משחית געווען ארטיקלען ביודעים ובלא יודעים.

כדי צו צולייגן דעם פורעם, שרייבט אזוי:

{{וואָרענונג}}

און איר וועט זען דעם פורעם:

געהערטער באנוצער! מיר לאדענען אײַן אלעמען זיך צו באטייליגן אין דער וויקיפעדיע און העלפן דאס צו פארבעסערן. אבער ענדערונגען וואס זוכן צו רעדוצירן די קוואליטעט פון דער ענציקלאפעדיע זענען וואנדאליזם און שטרענג פארבאטן. אויב האלט איר אן אין דעם שטייגער קען מען אייך בלאקירן פון וויקיפעדיע.

אויב פילט איר אז אייערע ענדערונגען זענען נישט אין כלל פון וואנדאליזם, ביטע ערקלערט אייער מיינונג אויף דער פאסענדער רעדן זייט, צו פון אייער אייגענע באנוצער בלאט אדער פונעם באטראפנדן ארטיקל.


[בעאַרבעטן] אויסגעמעקט

  • אויסגעמעקט איז א פורעם וואס לאסט וויסן דעם שרייבער אז זיין ארטיקל האט געמוסט אויסגעמעקט ווערן פונעם וויקיפעדיע. געווײנטלעך באקומט דער שרייבער אויך א פערזענליכע מעלדונג מיט אן ערקלערונג פארוואס האט מען געמוסט אויסמעקן זיין ארטיקל.

כדי צו צולייגן דעם פורעם, שרייבט אזוי:

{{אויסגעמעקט}}

און איר וועט זען דעם פורעם:

שלום עליכם!

מיר דאנקען דיר זייער פארן שרייבן ארטיקלען און פארן אויף בויען דער יידישער װיקיפּעדיעענציקלאָפּעדיע.

אָבער ליידער האבן מיר געמוסט אויסמעקן דיין ארטיקל, פון וועגן אומערלויבטע אינהאַלט.

ביסט געלאַדנט צו ליינען דעם ארטיקל כדי צו לערנען ווי אזוי צו שרייבן ארטיקלען.


[בעאַרבעטן] פאראייניקן

צומאלן ווערט געשריבן א געוויסע ארטיקל דורך צוויי מענטשן אויף איין ענין, נאר יעדער איינער האט געשריבן אן אנדער קעפל צום ארטיקל. ביי אזא פאל שטעלן מיר צוזאמען ביידע ווערסיעס אין איין ארטיקל אונטער א פאסיגע קעפל, און מיר שטעלן זיי צוזאם אדער בעטן מיר אנדערע זיי צוזאמען שטעלן. כדי צו אויפמערקן דעם ארטיקל אז מען דארף איר צוזאמען שטעלן, שטעלט אין אנפאנג פון דער ארטיקל דער מוסטער {{פאראייניקן|צווייטן-ארטיקל}} און איר וועט זען די טאוועלע:

דער ארטיקל איז געשטעלט צו פאראייניקן מיט צווייטן-ארטיקל.
איר ווערט געבעטן אים פאַררעכטן
.




[בעאַרבעטן] נישט פארטיק בעט הילף פון אנדערע

אויב איר פאנגט אן שרייבן אן ארטיקל, און איהר ווילט נאר שרייבן איין איינצעלהייט פון דעם ארטיקעל. אדער פלאנט איהר א קומענדיג מאהל צוענדיגען, און איהר ווילט אז אנדערע זאלען אויך צולייגען א האנט ביזדערווייל, לייגט איהר אריין די מוסטער {{נישט פארטיק}} כדי צו בייצייכענען אז אנדערע קענען אדער זאלן העלפן, די מוסטער לייגט מען ביים סוף פון ארטיקעל, ס'שטערט פון אנפאנג.


כדי צו צולייגן די פארעם, שרייבט אזוי:

{{נישט פארטיק}}


און איהר וועט דאס זען:


נישט ענדערן!
דער אַרטיקל איז אין מיטן באַאַרבעטן. און עס קען עס זיין קורץ, אומפארשטענדלעך אד"ג. איר קענט העלפן אים פארברייטערן מיט פארזיכטיקייט.

דער מוסטער קען בלײַבן ביז צװײ װאָכן אָן דײַטיקע ענדערונגען.




wymiana linkami system wymiany linków system wymiany linków tanie kredyty gotówkowe kreatyna Plaza 3 star hotel Los Angeles krynica noclegi Sejm Tyk