מכשיריםאין אַנדערע שפראַכן
|
שווארצער יםדער שווארצער ים איז אינלענדישער ים צווישן דרום-מזרח אייראפע און אנאטאליע וואס איז באהאפטן צום אטלאנטישן אקעאן דורכ'ן מיטלענדישן ים און דעם אַגאַישן ים און פארשידענע דורכגאסן. דער באספארוס דורכגאס פארבינדט דעם שווארצן ים מיטן ים פון מארמארא, דערנאך פירט דער לאנגער דארדאנעלן דורכגאס צום אגאישן ים. די וואסערן זענען דער צווישנשייד צווישן מזרח אייראפע און מערב אזיע. דער שווארצער ים האט אויך א פארבינדונג מיטן ים פון אזאוו דורכן קערטשער דורכגאס. דער שטח פונעם ים איז 436,400 קוואדראט ק"מ און זיין טיף איז ביז 2200 מעטער. 200 קוביק ק"מ זאלץ וואסער פליסן אריין אין ים פונעם באספארוס, און 320 קוביק ק"מ פרישוואסער פון די ארומיגע ראיאנען, בעיקר צענטראל און מיטל-מזרח אייראפע. דער חשב'סטער טייך וואס פליס אין ים אריין איז דער דוניי.[1] די לענדער אויפן ברעג פון שווארצן ים זענען טערקיי, רומעניע, בולגאריע, אוקראינע, רוסלאנד, און גרוזיע.[2] דער קריםהאלבאינזל איז אן אויטאנאמישע רעפובליק פון אוקראינע, אבער ער האט פלאט-איינארדנונגען אונטער רוסישן קאנטראל אין סעוואסטאפאל. חשובע שטעט אויפן בארטן זענען: קאנסטאנצא (באפעלקערונג 401,613), מאנגאליע (41,153), בורגאס (229,250), ווארנע (357,752) , אדעס (1,001,000), סעוואסטאפאל (379,200), יאלטא (80,552), קערטש (158,165), נאוואראסיאיסק (281,400), סאכי (328,809), סוכומי (43,700), פאטי (47,149), באטומי (121,806), טראבזון (275,137), סאמסון (439,000) און זאנגולדאק (104,276)..
[בעאַרבעטן] הידראלאגיע[בעאַרבעטן] Fauna
[בעאַרבעטן] רעפערנצן און ביבליאגראפיע
[בעאַרבעטן] דרויסנדיקע פארבינדונגעןוויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו:
|