מכשיריםאין אַנדערע שפראַכן
|
קאלענדארקאַלענדאַר איז א סיסטעם צו ארגינירן טעג געווענליך אין א פארם פון מאנאטן און יארן.
[בעאַרבעטן] קאלענדאר סיסטעםא קאלענדער איז געווענליך באזירט אויף א דרויסענדיגער מחזור, ווי למשל די זון. עס איז זייער אפט וואס א קאלענדער איז געבויט אויף צוויי סיסטעםס, ווי למשל די היינטיגע אלגעמיינע קאלענדאר איז געבויעט אויף סיי די זון און די זיבען טעג פון די וואך. פאלגענד איז א ליסטע פון די קאלענדאר סיסטעםס:
[בעאַרבעטן] לבנה קאלענדארא לבנה קאלענדאר איז א קאלענדאר וואס איז באזירט אויף די מחזור פון א לבנה ווי אפט עס באנייעט זיך. פאר יעדע מאל וואס עס באנייעט זיך מאכט מען א נייע מאנאט. דאס האט א פראבלעם אז נאך עטליכע יאר פארוקט זיך דאס פון די צייטן פון די וועטערס, דערפאר זענען דא קאלענדארס וואס לייגען צו א מאנאט יעדע פאר יאר אז ס'זאל זיך נישט פאררוקען. א לבנה קאלענדאר איז אבער יא גוט פאר אויסרעכענען די צייט פון די הויכע וואלען יעדע טאג (טיידס). דער אידישער לוח איז ארגיניזירט לויט די לבנה. און לייגט צו א מאנאט אז די וועטער זאל זיך נישט פאררוקען קעגן די מאנאטן. [בעאַרבעטן] זון קאלענדארא זון קאלענדאר איז געבויעט אויף די פיר סעזאנען פון די יאר, וואס דאס גיבט איינדרוק אז עס גייט קעגן די זון, דערפאר רופט מען דאס א זון קאלענדאר. דער גריגאריאן קאלענדאר וואס איז היינט באניצט אלס דער אלגעמיינער קאלענדאר איז ארגיניזירט לויט די זון. [בעאַרבעטן] קאלענדאר צוטיילונגעןא קאלענדאר איז אלעמאל צוטיילט אין קלענערע טיילן און האט געווענליך אין זיך: צוליב די פאקט אז קאלענדערס זענען אפעהענגיק אין אנדערע זאכן (ווי די זון) דארף מען אסאך יארן צולייגן א טאג צו א מאנאט. [בעאַרבעטן] אנדערע סארטן קאלענדארסעס זענען דא קאלענדארס וואס ווערן אנגערופען אומגעפארטיגטע קאלענדערס, ווי די אלטע קאלענדארס וואס האבן נישט געהאט קיין וועג פון אנרופען די טעג פון די 3 מאנאטן פון ווינטער, נאר פלעגן דאס רופען ווינטער. די אידישער לוח איז א געפארטיגטע קאלענדאר וויבאלד עס האט א נאמען פאר יעדע טאג פון די יאר, ווי ג' אייר. [בעאַרבעטן] געשעהעניש, טעאראטישער, און געמישטע קאלענדארסעס זענען דא אזעלכע קאלענדארס וואס זענען געבויט אויף זאכן וואס געשעהן און ווען דאס פארסירט, ווי למשל די אלטע אידישער לוח ווען עס איז גאגענגען דורך די סנהדרין אין ירושלים איז געווען געבויעט אויף די נייע לבנה ווען מען האט דאס געזען. די מעלה פון אזא קאלענדאר איז אז עס איז זייער פינקטלעך, אבער פון די אנדערע זייט איז דאס אויך זייער שווער צו וויסען ווען א גוויסע טאג וועט אויסקומען. א טעאראטישע קאלענדאר איז א קאלענדאר וואס איז געבויט אויף רעכענונגען וואס איז באוואוסט. ווי די היינטיגע אידישער לוח וואס איז געבויעט אויף די רעכענונג פון די זון און לבנה, די מעלה פון אזא קאלענדאר איז אז מען וויסט פון פאראויס ווען א געוויסע טאג גייט זיין, די חסרון איז אז אויב א מהלך אויף וואס די קאלענדאר איז געבויט טוישט זיך, דאן ווערט די קאלענדער אויס פינקטלעך. א געמישטע קאלענדאר ניצט ביידע, סיי די געשעניש, און סיי די טעאריע רעכענונג אויף וואס די קאלענדאר איז באזירט, די גריגאריאן קאלענדאר איז אזא קאלענדאר ווייל מען האט דאס געטוישט פון די יוליען קאלענדאר צו די גריגאריאן קאלענדאר ווען מען האט באמערקט אז די וועג פון די זון איז אנדערש. [בעאַרבעטן] באניץדער עיקר באניץ פון א קאלענדאר איז צו האבן טעג באשריבן אין א וועג וואס עס מאכט דאס גרינג צו ניצן אויף צו פלאנירן פון פאראויס. און צו פארשרייבן זאכן וואס געשעהן. אויך איז א קאלענדאר זייער וויכטיג אין סאציאלע זאכן, צו וויסען ווער עס איז עלטער, רעליגיעזע זאכן צו וויסען ווען א יום טוב איז, און פאר ביזנעס, צו וויסען צו איבער א געוויסע צייט מאכט מען געלט, און ווען צו צאלן שטייערן. [בעאַרבעטן] היינטיגע באניצטע קאלענדעארס
אויך אין ערטער ווי עס איז דא א געווענליך באניצטע קאלענדאר קען זיין אז עס זאל זיין נאך א קאלענדאר ווי למשל פאר ביזנעס איז דא א פיסקאל קאלענדאר. [בעאַרבעטן] דערויסענדע לינקן
|
|||||||||||||||||