מכשירים |
צענטראלע הייצונגא צענטראלע הייצונג סיסטעם איז טייטש אז א גאנצע הויז ווערט געהייצט דורך איין צענטראלע הייצונג אפאראט וועלכע צעשפרייט די היץ דורך דאקטס וועלכע גייען ארום די הויז. די סארט הייצונג איז אויסגעטראפן געווארן בערך 200 יאר צוריק און איז געקומען אין פארשידענע פארמאטן. די ערשטע געלונגענע אזא סיסטעם איז אויסגעטראפן געווארן אין בריטען אין 816' און האט גענוצט די ענערגיע אויפצוקאכן הייסע וואסער וועלכע האט צירקולירט אין רערן. א צווייטע געלונגענע סיסטעם איז אויסגעטראפן געווארן אין אמעריקע אין 835' וועלכע האט גענוצט ווארימע לופט און אין 850' האט מען אויסגעטראפן די סטים הייצונג סיסטעם. היינטיגע צענטראלע סיסטעמען געבן הייצונג פון א צענטראלע פוירנוס צו א גאנצע הויז, געביידע, אדער עטליכע געביידעס. רוב גרויסע צענטראלע סיסטעמען נוצן הייסע וואסער אדער סטים וועלכע ווערט פארשפרייט אין די רערן. רוב הייזער אין אמעריקע נוצן אזעלכע סיסטעמען און דאס זעלבע איז מיט רוב אפיס געביידעס, האטעלן, און אפילו קאמפלעקסן פון עטליכע געביידעס ווי שאפינג צענטערס. צענטראלע הייצונג סיסטעמען אין אמעריקע ווערן געברענט דורך אויל, גאזאלין, אדער קוילן. די ברענשטאף סופלייעט א פייער וועלכע הייצט מאטעלענע טיילן וועלכע הייצן ווייטער דאס וואסער, סטים, אדער לופט וועלכע צירקולירט אין די רערן. די אלע סיסטעמען ווערן קאנטראלירט דורך א טערמוסטאט וועלכע צינדט אן די הייצונג איינמאל די טעמפרעאטור גרייכט די דעגרי אויף וועלכע עס איז אנגעשטעלט. אלע צענטראלע סיסטעמען שיקן די געהייצטע וואסער אדער סטים צו רעדיעיטארס וועלכע זענען ווי א שאכטל מיט עטליכע אפטיילונגן דערין וואו די היץ אדער וואסער צירקולירט ארום און ארום. די רעדיאטארס פארמאגן אלע איין קליינע עפענונג וועלכע קען געעפענט ווערן ארויסצולאזן לופט כדי צו רעגולירן דעם סיסטעם. די סארט סיסטעמען זענען אין פאקט די בעסטע הייצונג ווייל די רערן וועלכע לויפן ארום די הויז הייצט די הויז פון אינעווייניג און באשציט אלע ווענט און דעכער פון די דרויסנדיגע קעלט, שפארנדיג אסאך ענערגיע. ספעציעל איז וואסער גוט ווייל די געהייצטע וואסער בלייבט הייס אפילו נאכדעם וואס די סיסטעם לעשט זיך אויס און אזוי דארף מען נוצן ווייניגער ענערגיע. עס זענען פאראן א רייע צענטראלע הייצונג סיסטעמען: [בעאַרבעטן] זע אויך |