טערקיי
דאס טערקײַ (טערקיש: Türkiye Cumhuriyeti) איז אַ לאַנד אין אייראפע און מערבֿ־אַזיע. זײַן הױפּטשטאָט איז אַנקאַראַ. עס גרענעצט דעם מיטלענדישן ים, סיריע און איראק פון דרום, דעם אגאישן ים פון מערב, גריכנלאנד און בולגאריע פון צפון-מערב, דעם שווארצן ים פון צפון, גרוזיע פון צפון-מזרח און ארמעניע און איראן פון מזרח.
די ביזאנטישע און אטאמאנע אימפעריעס זענען ביידע געווען אויפן ארט פון היינטיגן טערקיי. די טערקישע קולטור איז געמישט אריענטאל און וועסטערן, אזוי ווי ס'פאסט פאר א לאנד וואס איז סיי אין אזיע סיי אין אייראפע.
טערקיי איז א סעקולערע, דעמאקראטישע רעפובליק. מוסטאפא כמאל אטאטורק האט אויפגעבויט זיין פאליטישע סיסטעם אין 1923, נאך דעם איינבראך פון דער אטאמאנישער אימפעריע. ת. טערקיי איז געווען א פונדאציע מיטגליד פון די פאראייניקטע פעלקער, און פון די ארגאניזאציע פון מוסולמענישע לענדער, און האט אריינגעטרעטן נאט"ו אין 1952. זייט 2005, פירט טערקיי א משא-מתן אריינצוטרעטן דעם אייראפעישן פארבאנד.
|